Yosef Kerler מיין שטעטל

Sdílet
Vložit
  • čas přidán 29. 10. 2018
  • דאָס שטעטעלע
    ווערטער: יוסף קערלער
    מוזיק: לב (לעוו) קאָגאַן
    זינגט: אורי אַבראַמאָוויטש

Komentáře • 4

  • @talyam2008
    @talyam2008 Před 4 lety

    פשוט נהדר השיר הזה. אי אפשר להפסיק לשמוע... (-: תודה רבה

  • @ZiSlepovitch
    @ZiSlepovitch Před 4 lety

    צי מעג איך אײַך בעטן צו שיקן די װערטער פֿון דעם ליד? אַ שיינעם דאַנק אין פֿאָרויס. זיסל.

    • @kalabusha
      @kalabusha  Před 4 lety

      אָט דאָ האָב איך אין גרינעם וואַלד
      געטראָפן דיך, מײַן טײַבעלע,
      געפלאַטערט האָט אין מיר דאָס האַרץ,
      צי וועסטו זײַן מײַן ווײַבעלע?
      מײַן טײַער שטעטעלע,
      אַ בלויזער טרעטעלע -
      אַ באַרג בײַם ברונעמל,
      אַ שטילע שעה
      און די לבנה שײַנט
      זי קען נאָר עדות זײַן,
      ווי דו האָסט שעמעוודיק
      אַרויסגעשעפּטשעט "יאָ"
      אָט דאָ האָט אונדזער בערעלע
      געלערנט אופן פידעלע
      געדענקסט, ווי ער האָט דאָ פאַר אונדז
      אַ שפּיל געטאָן זײַן לידעלע?
      פון דאַנעט איז אַמאָל אַוועק
      אין בוימפעלד (?) דער דודל
      און האָט שוין מער ניט אומגעקערט -
      געפאַלן איז אַ שטערנדל

    • @kalabusha
      @kalabusha  Před 4 lety

      אַ פריערן נוסח קען מען הערן דאָ: czcams.com/video/lXdTkLL-9gM/video.html
      און די ווערטער דאָרט זײַנען:
      צי געדענקסטו?
      ווערטער: יוסף קערלער
      מוזיק: לב (לייב) קאָגאַן
      זינגט: בנימין חייטאָווסקי (כאַיאַטאַוסקאַס)
      רעקאָרדירט אין מאָסקווע, 1964
      אָט־דאָ האָב איך אין גרינעם וואַלד
      געטראָפן דיך, מײַן טייבעלע,
      געפלאַטערט האָט אין מיר דאָס האַרץ -
      צי וועסטו זיין מיין ווייבעלע?
      פון יענעם טאָג פאַריבער איז
      אַזוי פיל יאָר פון פרייד און לייד
      און טאַקע דאָ , און טאַקע דאָ⁠
      דערמאָנען מיר זיך שטילערהייט...
      דאָס טייער' שטעטעלע
      פון בלויז אַ טרעטעלע,
      אַ באַרג ביים ברונעמל,
      אַ שטילע שעה -
      און די לבנה שײַנט
      נאָר זי קאָן עדות זײַן
      ווען דו האָסט שעמעוודיק
      אַרויסגעשעפּטשעט: יאָ .
      אָט־דאָ האָט אונדזער דודל
      געלערנט אויפן פידעלע -
      געדענקסטו, ווי ער האָט פאַר אונדז
      אַ שפּיל געטאָן דאָס לידעלע?
      פון דאַנען איז אַמאָל אַוועק
      אין שלאַכטן אונדזער שמערעלע,
      און האָט זיך מער ניט אומגעקערט,
      געפאַלן ווי אַ שטערנדל...
      מײַן טײַער היימעלע -
      אין יעדער ביימעלע,
      אין יעדער שטיינדעלע
      איז אונדזער בלוט.
      ווי אונדזער אויג אין קאָפּ⁠
      מיר היטן טרײַ דיך אָפּ,
      זאָל זײַן מײַן היימעלע,
      זאָל שטענדיק זײַן דיר גוט!
      אָט־דאָ האָט מען די חתונה
      געפּראַוועט אונדזער שיינדעלע -
      אַ כּלה ווי אַ סאָסנע בוים,
      אַ נחת אין די ביינדעלעך.
      אַצינד ביסטו אַ באָבע שוין
      און האָסט אַ צענדליק אייניקלעך,
      דו קושט זיי און דו זיפצסט דערבײַ:
      ס'איז ווייניקלעך, ס'איז ווייניקלעך...
      מײַן טײַער היימעלע,
      דײַן יעדער ביימעלע,
      דײַן יעדער שטיינדעלע
      איז מלא־חן!
      די שענסטע מויערן
      מיר וועלן בויען דיר,
      מיר וועלן צירן דיך,
      מײַן היימעלע,
      מײַן היים!..