משה לעמסטער לייענט א ניי ליד -- יולי 2021

Sdílet
Vložit
  • čas přidán 16. 07. 2021
  • משה לעמסטער
    איך האָב אַ ווײַסע ציג פאַרמאָגט
    מיט לאַנגע, שאַרפע הערנער
    געבן פלעג זי מיר פאַרטאָג
    מילך אַ פולן עמער
    איך האָב אַ האָן געהאַט אַ רויטן
    כ'פלעג אים אָפטמאָל שעלטן
    וועקן פלעג ער מיך, דער שוטה,
    די ציג כ'זאָל גייען מעלקן
    איך האָב געהאַט אַ טיפן קעלער
    דאָרטן פלעג איך מאַכן
    פון דער מילך דער ווײַסער, געלער
    פרישן קעז געשמאַקן
    נאָכן מעלקן פלעג איך לויפן
    צו מײַן יונגן ווײַבל
    אירע בריסט געשמאַקע, גרויסע
    ווי קעז צוויי קעפּלעך ווײַסע
    איך האָב געוואוסט אויף מיר עס וואַרט
    איר לײַב - אַ האָניק־לעקאַך
    און ס'האָט דער האָן דאַן ניט געדאַרפט
    בײַ מיר גאָרניט וועקן
    בלומינגטאָן, דעם 17טן יולי 2021

Komentáře •