Kumt tsu forn kin Kapresht קומט צו־פאָרן קיין קאַפּרעשט

Sdílet
Vložit
  • čas přidán 3. 05. 2019
  • ווערטער: יוסף קערלער
    מוזיק: לעוו קאָגאַן
    זינגט: עמיל גאָראָוועץ
    קומט צו־פאָרן קיין קאַפּרעשט
    מירן אײַך אַנידערזעצן
    בײַ דעם שיינעם טיש:
    ווי געפעלט אײַך
    אונדזער ווישניק
    די געפילטע פיש
    טעם גן־עדן, טעם גן־עדן
    אַזאַ גליק אויף אונדז אויף ביידן
    זיך צעגייט אין אַלע גלידער
    קומט צו־פאָרן, ליבע ברידער
    קיין קאַפּרעשט
    קיין קאַפּרעשט
    ניט פאַרגעסט, ליבע געסט
    קיין קאַפּרעשט
    מיידלעך, ווי די סאָנישניקעס
    אויף דער הייסער זון
    בלוט און מילך איז יעדע כּלה
    פריילעך און געזונט
    מיט דיפּלאָמען, אָן דיפּלאָמען
    אויגן ווי די שוואַרצע פלאָמען
    פולע ליפּן, שטאַרקע גלידער
    קומט צו־פאָרן, ליבע ברידער
    קיין קאַפּרעשט
    קיין קאַפּרעשט
    ניט פאַרגעסט, ליבע געסט
    קיין קאַפּרעשט
    מירן אײַך אַנידערזעצן
    סאַמע אויבן־אָן
    מיט דעם ווײַן דעם בעסאַראַבער
    ווייסט איר וואָס צו טאָן
    פּאַנימאַעם, פּאַנימאַיעם,
    אַ לחיים? אַ לחיים!
    אָט אַזוי איז טאַקע ווידער
    קומט צו־פאָרן, ליבע ברידער
    קיין קאַפּרעשט
    קיין קאַפּרעשט
    ניט פאַרגעסט, ליבע געסט
    קיין קאַפּרעשט
    אָפּגעגעסן, אָפּגעטרונקען
    לאָזן מיר זיך באַלד
    צו דער שמעקנדיקער סאָסנע
    פונעם גרינעם וואַלד
    אַמחייה, ס'אַמחייה
    פאַר די לונגען, פאַר די פרײַע
    ס'ווערן אָפּגעפרישט די גלידער
    קומט צו־פאָרן, ליבע ברידער
    קיין קאַפּרעשט
    קיין קאַפּרעשט
    ניט פאַרגעסט, ליבע געסט
    קיין קאַפּרעשט

Komentáře •