Reb Gedalia Miller - Kesher Nafshi | ר' גדליה מילר - קשר נפשי

Sdílet
Vložit
  • čas přidán 20. 02. 2024
  • www.charidy.com/keshernafshi?...
    Kesher Nafshi: Building Bridges.
    Every parent aspires to provide the best for their children, investing heart and soul in their upbringing. They envision the day when the fruits of their labor will manifest and the joy of witnessing Yiddish Nachas. Suddenly, initial signs appear, indicating that something is amiss. A chilling fear takes hold as the beloved child seems to slip away. Dreams and hopes wane, and the heart begins to fracture.
    And then, the storm strikes. Gradually, the signs evolve into alarming signals-attitudes, appearances, and ways of life change, straining relationships. Hearts break, families are torn asunder, and the burden of guilt and shame becomes unbearable. This is not an isolated incident but a rampant pandemic. Our world is inundated with forces pulling our children away, fracturing families, and leaving hearts in ruins. The storm leaves no one immune, sparing no community or family.
    Until a few years ago, these parents were completely lost. They had no one to talk to or answer their heartbreaking questions. However, since the inception of Kesher Nafshi, thousands of parents have discovered a newfound family - the Kesher Nafshi family. Kesher Nafshi provides families with a world of help and support, serving as a beacon of hope and guidance amidst the pain and confusion.
    Thanks to Kesher Nafshi, thousands of parents have learned the language of Crisis Chinuch Intervention. They have received support, clarity, guidance, and inspiration. Additionally, thousands of teachers and mechanchim have better understood how to approach such situations thanks to educational seminars and programs.
    With love and support, they can regain their composure, piece together the broken shards of their lives, and build anew. They can also construct bridges to reunite their families once again.
    Kesher Nafshi offers families a lifeline by providing
    Family Support
    Shabatons & Retreats
    parent support Groups
    Sibling Support Groups
    Educational Programs
    Training Seminars
    Guidance Chizuk Library
    And much more to come. Kesher Nafshi is expanding its reach to meet the needs of thousands of families worldwide. But we need your help in building those Bridges of love and support.
    קשר נפשי בויעט ׳בריקן׳ פון הילף און האפענונג פאר טויזנטער משפחות
    מיט די בייזע ווינטן פון נסיונות וואס בלאזן פון די גאס איז דאס ליידער מער נישט קיין ערשיינונג פון ׳אחד בעיר ושניים במשפחה׳ נאר הונדערטער פון אונזערע קינדער פון די שענסטע משפחות און פון די ערליכסטע קהלות ווערן ליידער אפגענויגט פונעם ריכטיגן וועג, און דערווייטערן זיך פון די משפחה. די עלטערן דארפן זיך אנגארטלן מיט אסאך שטארקייט אויף זיך צו קענען פארמעסטן מיט די שווערע הארצווייטאג און יסורי הנפש, שלאפלאזע נעכט און טייכן טרערן פליסן ליידער אין הונדערטער אידישע שטובער וואו מען וויינט אז ׳הילד איננו׳ - דער צער און פארלוירנקייט רייסט ביים הארץ.
    ׳קשר נפשי׳ איז געגרונדעט געווארן מיט זיבן יאר צוריק צו העלפן די משפחות. סיי מיט׳ן העלפן די עלטערן מיט חיזוק און זיי העלפן זיך שטארקן, און סיי מיט׳ן ברענגן גאר נוצבארע אינפארמאציע, חיזוק און הדרכה פאר עלטערן אין יעדע מצב, אז זיי זאלן קענען טון וואס איז די בעסטע פאר זייער קינד און פאר די משפחה. מען באקומט קלארקייט און דעת תורה וויאזוי זיך צו פירן אויף טריט און אויף שריט, און מען העלפט די עלטערן ארויסקריכן מאפלה לאור גדול.
    די בארימטע ׳קשר נפשי שבתים׳ ברענגן צוזאם הונדערטער עלטערן און משפחות וואס זענען אינעם זעלבן מצב און מען איז זיך אינאיינעם מחזק און מען שעפט כוחות וויאזוי זיך צו אומגיין מיט דעם נסיון, און אזוי אויך קריגט מען פראקטישע הדרכה און חיזוק און מען גייט אהיים מיט פרישע כוחות און לייכטערע הערצער, גרייט זיך צו אפגעבן מיט די משפחה און מיט די קינדער אויף א געראטענע און צוגעפאסטע מהלך.
    אויסער די שבתים פארמאגט ׳קשר נפשי׳ צענדליגע פראגראמען געווידמענט פאר די משפחות אין צענדליגע שטעט איבער די וועלט. סיי וועכנטליכע ׳סופארט גרופעס׳ פאר עלטערן, געשוויסטער, און מען שיקט אויך אראפ חודש׳ליך פראפעסיאנעלע מומחים צו באגלייטן די גרופעס, אין צוגאב צו דעם ווערט צוגעשטעלט הונדערטער שיעורים און דרשות מיט הדרכה און חיזוק אויפ׳ן טעלעפאון ליין. און דאן זענען דא ספעציעלע ׳סעמינארס׳ און פראגראמען, און אזוי אויך פראגראמען פאר מחנכים אויף צו פארשטיין דעם נושא און קענען העלפן משפחות וואס גייען דאס אריבער.
    טראצדעם וואס ׳קשר נפשי׳ שטייט בלויז זיבן יאר האבן זיי שוין געהאלפן טויזנטער משפחות איבער די גאנצע וועלט, און די קאסטן ציען אריין אין די מיליאנען. אבער יעצט שטייט ׳קשר נפשי׳ פאר איר קומענדיגע קאפיטל, און עס פאדערט זיך צו שטארק אויסברייטערן אירע אקטיוויטעטן צו נאכקומען די גאר שטארקע געברויך. דאס נעמט אריין פארשידענע ספעציעלע פראגראמען און אזוי אויך פיזישע צענטערן אין אלע שטעט וואו עלטערן און געשוויסטער זאלן קענען קומען פאר הילף און חיזוק.
    אויף צו קענען נאכקומען דעם געברויך און דעקן די אסטראנאמישע קאסטן, האט קשר נפשי פאררופן א דרינגענדע קאמפיין אונטער׳ן נאמען ׳בריקן׳ צו אפעלירן צו כלל ישראל צו נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט און שטיין צו די האנט אז מען זאל קענען העלפן די משפחות וואס גייען אריבער דעם ביטערן דוכגאנג צו טרעפן ליכטיגקייט און האפענונג.
  • Hudba

Komentáře • 3

  • @YosefDanielMusic
    @YosefDanielMusic Před 5 měsíci +1

    The lighting on this is FiReD 😅😂🎉

    • @user-eu4xe7kl7h
      @user-eu4xe7kl7h Před 5 měsíci

      Gostaria muito de entender o que está sendo dito.

    • @aklouslibby9693
      @aklouslibby9693 Před 5 měsíci

      My friend he is telling us all about how he works to to raise money for awareness and helping people within the communities my friend I hope that helps you to understand May hashem bless you, SHALOM
      COUNTY TIPPERARY IRELAND ​@@user-eu4xe7kl7h